מיאכוס נעשיקט א צווייטע ארמעע נאך ירושלים, וואו זיי האבען געמאכט נאך א גרעסערע הריגה, זא דאס דיא אידישע הויפטשטאדט איז באלד פערוויסט געווארען.
מענעלאוס אונד זיין העללעניסטישע פארטיי האבען דענאך דאמיט זיך ניט בענגיגענט, דען זייער ציעל איז געווען, אז דיא אידישע רעליגיאן זאלל פאלשטענדיג פערניכטעט ווערען. זיי האבען אלזא פארגעשטעלט אנטיאכוס'ען א פראיעקט אז מען זאל צווינגען דיא אידען אנצוגעהמען דעם גריעכישען היידנישען גלויבען, אונד דער טיראנירשער קעניג האט אנגעפאנגען דיעזען פראיעקט אויסצופיהרען מיט דיא שרעקליכסטע מערדערישע פערפאלגונגען. א בעפעהל איז ארויסגעשיקט געווארען, אז אידען טארען ניט מהל זיין זייערע קינדדער, ניט היטען שבת אונד ימים טובים אונד ניט געברויכען צום עססען פלייש פון כשר'ע בהמות. דער וואס האט ניט געוואלט פאלגען דיעזען בעפעהל איז אויף דער שטעלע בעשטראפט געווארען מיט'ן טויט. אין דעם אינערליכען הייליגטהום פון טעמפעל איז אויפגעשטעלט געווארען דיא סטאטוע פון אבנאט יופיטער אונד אויף דעם אלטאר האט מען געאפערט חזרים.
טויזענדע אידישע מערטירער אין פאלעסטינא אונד אללע אנדערע ארומיגע לענדער זיינען אויס-געקוילעט געווארען. מאססען זיינען ענטלאפען אונד זיך בעהאלטען אין דיא היילען אונד אין דיא געבירגען פון לאנד יהודה. דיא העללעניסטישע פעררעטהער פלעגען זיי יעדעס מאל אויסשפיאניר-רען אונד אונטערשיקען דיא ווילדע גריעכישע סאלדאטען אום זיי צו ערמארדען. דיא אידישע נאציאן איז געקומטען אין גרויס געפאהר פאללד שטענדיג פערניכטעט צו ווערען.
ענדליך איז ענטשטאנדען א רעוואלוציאן, וועל־ כע איז אויפגעטהון געווארען דורך איין אידישע פאמיליע, וועלכע איז בעשטאנען פון איין אלטען פריעסטער אונד זיינע פינף העלדענטוטהיגע זיהן. דיעזע פאמיליע האט אויפגעוועקט דעם פערצוויי־ פעלטען גייסט פון אידישען פאלק צו ענערגישע טהאט־קראפט אונד דאדורך האבען זיי דיא נא־ ציאנאלע עקזיסטענץ אויף אימער גערעטעט. מתתיהו בן יוחנן, דער זוהן פון שמעון החשמונאי, האט פערלאזען ירושלים נאכדעם וויא דער טעמ־ פעל איז פעראונרייניגט געווארען אונד זיך בער־ זעצט אין דער שטעדטעל מדון, דריי מייל נארדליך פון ירושלים. זיינע פינף זיהן, יוחנן, שמעון,
צען אידישען פאלק. גריעכישע היידנישע שפיער לען, טהעאטערס מיט אויסגעלאפענע פרויען אונד נאך אזעלכע פערדארבענהייטען זיינען איינגער פיהרט געווארען דורך דיעזע העללעניסטען, צו וועלכע עס האבען געהערט א גרויסער טהייל פון דיא פריעסטער און כמעט דיא גאנצע רייכע אידישע קלאססע.
דיא מאכט פון דיעזע העללעניסטען איז פער־ שטארקט געווארען אלס דער ווילדער טיראן אנטי־ אכוס עפיפאנעס האט דורך מארד אונד אינט־ ריגע אווועקגערובט דעם טהראן אונד איז געווארען דער קעניג פון סיריען, צו וועלכע פאלעסטינא האט דאן געהערט אלס א פראווינץ. דיא אידען זיינען דאן אריינגעפאלען אין דיא הענד פון דעס־ פאטישען אונגעהייער, מיט א הערץ פון שטיין, אהן אירגענד וועלכע מענשליכע געפיהלען. ווען אין פאלעסטינא וואלט געווען שטילל אונד רוהיג, קען זעהר מעגליך זיין, אז אנטיאכוס וואלט גאר קיין מאל ניט אויפמערקזאם געווארען אויף דאס קליינע אידישע לאנד, אבער דיא העללעני־ סטען אום צו שטירצען זייערע געגנער, דיא אידישע נאציאנאלע פארטיי, האבען איהם פארגעשטעלט פאלשע מסירות אויף אידען און דאמיט האבען זיי דעם מארדלוסטיגען טיראן אויפגערייצט געגען זייער אייגענעס פאלק. דעם כהן גדול אניאס, וועלכער איז דאמאלס געווען דער רעגיערער פון פאלעסטינא אונד דער אנפיהרער פון דיא נאציאן נאלע פארטיי, האט אנטיאכוס געלאזט ברענגען נאך זיין הויפטשטאדט, וואו ער איז א קורצע צייט נאכדעם דורך העללעניסטישע אינטריגעס ערמארדעט געווארען. דיא אמט פון א כהן גדול האט מען איבערגעגעבען צו זיין ברודער יאזאן, וועלכער איז געווען איינער פון דיא העללעניסטען. יאזאן האט צוואר איינגעפיהרט אין ירושלים אללע גריעכישע שאנד־טהאטען, אבער פיר דיא העללעניסטען איז דאס ניט געווען גענוג. ער האט נאך זייער מיינונג גאנץ וועניג געארבייט אום צו שטירצען דיא אידישע רעליגיאן. יאזאן האט גע־ מוזט ענטלויפען. זיין נאכפאלגער אין דער כהונה גדולה מענעלאוס, איינער פון דיא ראדיקאלסטע אונד שענדליכסטע העללעניסטען, האט געבראכט דאצו, אז אנטיאכוס איז געקומטען מיט א גרוי־ סע ארמעע נאך ירושלים אונד האט אויסגע־ שלאכטעט א גרויסע טהייל פון אידישען פאלק אונד פאלשטענדיג בערויבט דיא רייכע אוצרות פון טעמפעל. א קורצע צייט נאכדעם האט אנטי־
