The Maccabaean · Vol. I, No. 3 · December 1901
141printed page
scan 37 of 102
December, 1901.]
THE MACCABÆAN.
141

פאר זיין מויט האט מתתיהו בעשטימט זיין דריטען זוהן יהודה המכבי *) אלס אנפיהרער אונד דעם צווייטען זוהן שמעון אלס זיין ראטהנעבער. ער האט זיי ביידען אנגעזאגט, זיי זאלען אפפערען זייער לעבען פיר דעם גלויבען פון זייערע עלטערן אונד פארטצוזעטצען דעם הייליגען קאמפף פיר דיא פרייהייט פון זייער לאנד. אלס יהודה האט נאך זיין פאטער'ס מויט איבערנענטמען דיא אנפיהר רונג, האבען דיא פערהעלטניסע זיך שנעל נעענד רערט צום בעסערען. פון דוד המלך'ס צייטען איז נאך ביי אידען ניט געווען אזא העלד וויא יהודה המכבי. ער איז אים שטאנד געווען מיט דיא קראפט פון זיין נאכעלע זעלע אויפצרוועקען מוטה און בענייסטערונג ביי יעדען איינעם פון זיינע נאכפאלגער. זיינע בעריהמטע פעהינקייטען אלס קריענס־פיהרער האבען איהם גענעבען דיא מענד ליכקייט זיך צו בענטצען אויפ'ן שלאכט־פעלד מיט יעדען מאָמענט, יעדען אומשטאנד, אום דעם שונא צו שלאנען אונד א גליקליכען זיינע אויסצור קעמפּען. אין דער מלחמה האט ער אויסגעזעהן פירכטערליך וויא א לייב, אבער אין צייט פון פריעדען איז ער געווען עדעל, ליעבענסווירדיג אונד זאנפט וויא א טויב. יהודה המכבי איז געווען א וואהרער אידישער העלד, מיט א ריינע אידישע הערץ, פיהרענדיג בלוטיגע שלאכטען נור דארום, ווייל ער האט געוואלט רעטטען אונד בעפרייען זיינע ארמע, פערפאלגטע ברידער. נאך איהם רופט זיך יענע גלענצענדע צייט דיא עפאכע פון דיא מאָקאבער.

אנפאנגס האט ער אויך גראדע וויא זיין פאטער געפיהרט נור א געריללא־קריעג. באלד אבער האט דער צאהל פון זיינע נאכפאלגער זיך פערמעהרט אונד יהודה איז דאן אויפגעטרעטען אין אפפענעם

*) פון דיעזען ווארט „מכבי“ שטאמט דער נאמען מא־ כאבער, מיט וועלכען דיא פאמיליע חשמונאים איז בעד וואוסט אין דער וועלט־געשיכטע. דיא בעדייטונג פון דעם ווארט איז נאך ריכטיג ניט ערקלערט געווארען. אייניגע מיינען, אז ער שטאמט פון דעם ווארט „מקב“ א האמער, דאס הייסט, אזוי האט מען גערופען דעם העלד יהודה. ווייל ער האט צוקלאפט דיא גריעכען וויא מיט א האמער. אנד דערע בעהויפטען, אז מכבי איז דיא ראשי תבות פון „מי כמוך באלים י“ א העלדען שטראפע פון ביבעל, וועל־ כע איז געווען אויפגעשריעבען אויף יהודה'ס קריעגס־פאהנע. עס גיעבט וויעדער א מיינונג, אז דיעזע אנפאנגס בוכשטאבען בעדייטען: „מתתיהו כהן בן יוחנן“ דיא ווער־ טער. וואס ווארען אויפגעקריצט אויף זיין זיעגעל. דאס אלעס זיינען אבער נור היסטארישע השערות.

יהודה, אלעזר אונד יהונתן, זיינען געווען בעגיי־סטערט מיט פאטריאטישע געפיהלען אונד זיי האבען בעשלאסען ניט צו זיטצען דיא הענד צו־זאמענגעלעגט אין זייער פערבארגענעם אָרט, זאָנ־דערן עטוואס צו טהון, אום זייער פאָלק צו רע־טען, אדער צוזאַמען מיט איהם צו שטארבען. אלס אפעללעס, איינער פון אנטיאָכוס'עס בעד־אָמטע איז געקומטען נאך מדון אונד אויפגעפאָר־דערט אלע אידישע איינוואָהנער זיי זאָלען ברענ־גען אָפפער צו דיא געטצען, איז ערשיענען מתתיהו מיט זיינע פינף זיהן אונד דער אלטער האט דא־רויף געענטפערט: „ווען זאָגאר דיא גאנצע בעד־פעלקערונג זאָלל פאָלגען דיא בעפעהלען פון דיין קעניג, וועל איך מיט מיינע זיהן פערבלייבען טריי צו דעם גלויבען פון אונזערע עלטערן.“ דיא בעלעלעס מיט זיינע סאָלען אויף בען נאך א קורצען קאמפף פערניכטעט. דאס איז געווען דער ערסטער שריט צו א גרויסע רעוואָלוציאָן, צו א קאמפף פון פרייהייט געגען טי־ראַניי. מתתיהו האט דאן אויסגערופען: „ווער עס וויל בעיטצען אונזער תורה אונד אונזער גלויבען, זאָל מיר נאכפאלגען.“אָנפאנגס האט זיך נור א קליינע מחנה אנגע־שלאסען צו דיא נאציאָנאלע העלדען, מיט וועלכע דיא חשמונאים האבען זיך צוריקגעצויגען אין דיא פערבארגענע ערטער פון דיא אפרים־געבירגען. אבער דער צאהל פון דיא פרייהייטס־קעמפפער איז טעגליך פערמעהרט געווארען אונד יעדער איי־נער פון זיי איז געווען ענטשלאסען צו פאללען אויפ'ן שלאכט־פעלד, פערטהיידיגענדיג דאס לאנד פון דיא גריעכישע באנדיטען. מתתיהו האט אנגעפאנגען דיעזען הייליגען קריעג מיט גרויס פארזיכטיגקייט. מיט אזא קליינע צאהל פון זיינע נאכפאלגער איז איהם אונטעגליך געווען אויפצוטרעטען אין אפענעם קאמפף געגען איין גריעכישע ארמעע, אבער ער האט בענוצט יעדע געלעגענהייט פלוצלינג צו בעפאללען פערשיעדענע אבטהיילונגען פון שונא, צו בעשטראפען דיא העל־לעניסטישע פערדעטהער, וואו ער האט זיי נור געקענט בעקומטען, אונד צו פערניכטען דיא גריע־כישע טעמפלען אין דיא קלענערע שטעדטלאך. מתתיהו האט אלזא געפיהרט איין ארט געריללא־קריעג, מיט וועלכען יעדע שוואכע פאלק זוכט זיך צו פערטהיידיגען אונד מיעד צו מאכען דעם מעכ־טיגען, גרויזאמען עראָבערער.