The Maccabaean · Vol. I, No. 2 · November 1901
48scan
of 48
Facsimile · scan 48 of 48
Scan of scan 48
Text · transcribed from the scan

דער המכבי

א מאַנאַמליכער זשורנאל

געווירמעט פיר ציוניסטישע וויסענשאפט און אידיש-נאציאנאלע ליטעראטור

הערויסגעגעבען פון דיא

„פעדעריישיאן אף אמעריקאן זייאניסטס“

2 נומער

1901 ,נאָוועמבער

ערשטער יאהרנאנג

„המכבי“ האט געמאכט א טיעפען איינדרוק אויף יעדען לעזער.

***

רעדענדיג אין צוויי שפראכען איז דער „המכבי“ איין אָרנאן פיר צוויי בעזונדערע קלאססען לעזער. איבערהויפט מיט דיא עכט ליטערארישע ענגלישע שפראכע האָפט דער „המכבי“ צו געווינען זעהר פיעל פון דעם יונגען דור אונד אין דיא נייע קריי-זען וועלכע זיינען ביז יעצט געשטאנען פון ווייטען, אָדער זיינען זאָנאר געווען געגנער פון דיא ציוניס-טישע אידעע.

***

דער ערפאלג פון „המכבי“ איז ענג פערבונדן מיט דיא אללגעמיינע ציוניסטישע פראגע, מיט דיא שנעללע פערברייטונג פון אונזער אידעע אין דיעזען לאנד. עס איז דארום דיא הייליגע פפליכט פון יעדען איינציגען וואס האט זיך אנגעשלאסען צו דיא הערליכע פאהנע פון ציון צו ארבייטען פיר דיא פערברייטונג פון „המכבי“, איבערהויפט אין יענע קלאססען וואו אונזער ערהאפענע אידעע האט נאך וועניג דורכגעדרונגען. פיר דיא ציוניס-טען קען דער „המכבי“ נור דיענען אין געוויסע פעללע אלס לעהרער, בעראטהער אונד וועג-וויי-זער. זיין הויפט-צוועק אבער איז אניטאציאן בייא דיא ניט-ציוניסטען אונד אללע אונזערע טרייע אנ-הענגער דארפען צו דיעזען ציעל מיטהעלפען.

***

אין דיעזען נומער פון „המכבי“ וועלען דיא לע-

אינהאלטס-פערצייכנים.

דער המכבי רעדט..... בן פורת ..... ציוניסטישע אונד נאציאנאלע כראָניק ..... דער עם הארץ אונד דער משומד (פעליעטאן) ספעציאל פיר דעם „המכבי“ (פּאָעזיע) פראפ. אינקאנגיטא דער פּאָליטיש-עקאָנאָמישער יסוד פון דער ציון בעוועגונג..... ל. זאָלאָטקאָף שערס אויף אפצאהלונגען..... ס. בלומבערג קאָררעספּאָנדענץ..... הלל מאלאכאווסקי.

דער „המכבי“ רעדט

מיט בענייסטערטע גליקווינשונגען איז דער המכבי" עמפפאנגען געוואָרען אין אלע ציוניס-טישע קרייזען פון גאַנץ אמעריקא. וויא אויף א געוויססען היסטאָרישען העלד קען מען אויף דעם המכבי" זאָגען: ער איז געקומטען, א פליק גע-טהאָן אונד געזיעגט.

***

צייט דיא ציוניסטישע בעוועגונג האָט זיך אין דער נייער וועלט אָנגעפאנגען איז יעצט צום ער-שטען מאָל ערשיענען איין אָרגאַן וועלכער איז אויסגעשטאַטעט מיט דיא שעהנסטע ליטעראטור. מיר האָבען ערהאלטען מאססען בריעפע, וועלכע צייגען אונז אז דער ערסטער נומער פון דעם