The Maccabaean · Vol. I, No. 2 · November 1901
101printed page
scan 45 of 48

רוסישע אונטערדריקונג

צו דיא ברענעדיגע מאנעס־פראנען אין רוססלאנד געהערט יעצט דער מאנגעל אין שולען צוערציעהען קינדער. אין א בעריכט פון ארעסא'ערפעראיין צו פערברייטען בילדונג אונטער דיא ארדען אין רוסלאנד, איז ערקלעהרט, אז אין יענערשטאדט געפינען זיך מעהר וויא 29 טויזענד איידישע קינדער, פון וועלכע בערך 10 טויזענד זיינעןצוגעלאזען געווארען אין דיא עפענטליכע שולענוואס דיא איבריגע שטעהען אין געפאהר אויסצואוואקסען אונוויסטענדע מענשען, וואס קענען ניטלעזען אונד ניט שרייבען. דיא רעגיערונג טהוטאונטערדעססען איהר זאך אונד ניקאלאי'ס "ליבע"ראלער" בילדונגס־מיניסטער, גענעראל וואנאווסקי,גיעבט ארויס אימער נייע גזרות אבצוגרענצען דעםצאהל פון אידען אין דיא עלעמענטארע אונד הערכערע שולען ביז 7 אדער זאגאר 5 פראצענט, ניטקוקענדיג דארויף אז אין דיא שטעט וואו אידעןמעגען וואהנען איז זייער צאהל געגען דיא כריס־טעןמעהר וויא 50 פראצענט. דיא אידישע פאר־שטעהער זוכען מיטלען צו ערעפנען ספעציעל ריין־אידישע שולען, אבער אויסער וואס אזא זאך איזזעהר שווער אויפצוטהון לעגט נאך דיא רעגיערונגפערשיעדנע הינדערניסטע אויף דיעזען וועג.

דיא וואהלען אין כעהמען.

ביי דיא וואהלען וועלכע זיינען פארגעקומען דעם 8טען פון דיעזען מאנאט אויף מיטגלידער אין רייכסראטה האבען דיא אנטיסעמיטען פאלשטענ־דיג געזיענט. דאס איז געווען צו ערווארטען לויט דעם נייעם געזעט'ן, וועלכען דער רייכסראטה האט דיעזען יאהר אנגענומען, צו פערברייטען דעם וואהלרעכט, זאך דאס יעצט האבען אין דיעזע וואה־לען געקענט אנטהייל געהמען דיא מאססע פון פינקטערן פעבעל, וועלכע, אין אזא מדינה וויא עסטרייך שטעהען זייא אונטער דעם איינפלוס פון פאנאטישע גלחים אונד ברענעדיגע אנטיסעמיטען. אלע פאליטישע פארטהייען אין כעהמען זיינען אנטיסעמיטישע, אויסער דיא איינציגע רעאליס־טישע פארטיי, וועלכע איז ארגאניזירט אונד שטעהט אונטער דער לייטונג פון דעם בעריהמטען ליבעראלען פראפעסאר מאזאריק. ליידער האט דיעזע פארטהיי קיין איינפלוס אונד ביי דיא יעצטיגע וואהלען איז זיי ניט אים שטאנד געווען זאגאר איין איינציגען זיט'ן אין רייכסראטה צו בעקומען.

גענומען געווארען מיט דעם גרעסטען בייפאלל פון דיא גאנצע פרעססע אונד קיין איינציגער פון דיעזע "האללענדער דעם מאזאישען געזעטצעס" איז אין דיא אידישע דיסטריקטען ניט ערוועהלט געווארען. אויף זייער מיטינגס שיטפען זייא יעצט אויף דיא "בייזע" ציוניסטען. עטוואס בע־סערעס קען מען ווירקליך פון דיעזע אסימילאטא־רען ניכט ערווארטען.

א נייע פעדעריישיאן אין פראנקרייך.

דיא ניי־געגרינדעטע ציוניסטישע לאנדעס־פער־דעריישאן אין פראנקרייך האט דיעזען מאנאט אנ־געפאנגען איהר טהעטיגקייט מיט א גרויסארטיגע מאסענפערזאמלונג, וועלכע איז פארגעקומען אין פאריז. דער פרעזידענט פון דיא פעדעריישאן, דר. אלעקסאנדער מארמארעק אונד דר. מאקס נארדאו, האבען אבגעהאלטען מייסטערהאפטע פארטרעגע. דיא פעדעריישאן וועט קירצליך גרינדען א שער־קלאב־אינסטיטושיאן, אום דעם פערקויף פון דיא שערס פון דיא אידישע קאלא־ניאל־באנק צו פערברייטען אין פראנקרייך. עס וועלען אויך ערעפענט ווערען קורסען, אום דעם ביל־דוגגס־צושטאנד פון דיא אידישע מאססען צו ער־הויבען.

די כעווענונג פערכרייטעט אין רוסלאנד.

דיא ציוניסטישע בעוועגונג אין רוסלאנד האט געגרייכט ביז צו דעם ווייטען נארדען. דיא אידען אין יענע פערווארפענע ווינקלען, וועלכע זיינען וויאט אבגעלעגען פון דעם אלגעמיינעם וועלט־פערהעהר, האבען ביז דיא לעצטע צייטען צומאל ניט געוואוסט אז עס עקזיסטירט א אידיש נאציאנאלע בעווע־גונג, אונד דיא געמען דר. הערצל אונד דר. נאר־דאו האבען זיי געמאלס געהערט. דיא ערסטע אגיטאטארס זיינען געווען א געוויסער אידישער שטודענט אונד א דאמע, וועלכע זיינען געקומען פון קאזאן נאך פעטראזאווארסק. מיט זייערע פארטרעגע ביי פערזאמלונגען האבען זיי דיא אר־דען אויפגעקלעהרט וועגען דיא ציון־אידעע. יעצט עקזיסטירען שוין דארט איינגע זעהר טהעטיגע ציוניסטישע פערטייען. וויכטיגע ציוניסטישע פערזאמלונגען זיינען אבגע־האלטען געווארען אין טיפליס אונד באכריוסק און עס זיינען אנגענומען געווארען וויכטיגע בעשליסע וועגען לאקאלע אונד אלגעמיינע אנגעלעגענ־הייטען.