יענע לענדער וואו אידען האבען אויפגעגעבען דעםגעדאנקען ציון, געהן זיי איצטער בארג־אראפצום אונטערגאנג און נאך אין עטליכע דורות טועןזיי ווערין אפגעווישט אלס אידען.
אבער נאר טהיילען פון א פאלק קענען אויף דעם אופן אונטערנעהן, א נאנצעס פאלק קען ניט, אויף לאנג וויא איין וויללען, איינע האפנונג האלט עס צוזאמען. עס קען ליידען, און נעטריעבען דורך נויט, זוכט עס א מיטטעל צו רעטען זיך. און דאס אפטע אויפהאפען זיך פון דעם אידישען פאלק ביי דער קלענסטער אויסזיכט צוריקצונעווינען ארץ ישראל, ניט זאלעווענדיג קיין קרבנות, בעווייזט אז דאס איז דאס מיטטעל, דיא רעטונג, וועלכע דאס פאלק האט אינסטינקטיוו נעפונען.
דיא לאגע פון דער גרויסער אידישער מאסע איז איצטער פונקט אזוי אהן א תקומה, וויא צו דער צייט ווען דיא רעטער האבען זיי פאראאנט פון זייער היים. עס פעהלט זיי איין אייגענער באדען. דעריבער איז דיא שטרעבונג נאך ציון נאך אימער דיא זעלביגע.
מעג מאנכער האלב-נעבאקענער ראדיקאל רופעןדיא ציון־בעווענונג א רעליגיעזע בעווענונג פון פארנאטיקער; מעג מאנכער רעפארמירטער ברודערלאכען איבער דיא ציוניסטען אלס בעלי חלומות אוןפאנטאזיארען; אבער דער קלארער קאפ, וואסקוקט מיט אפענע אויגען אויף דאס לעבען אוןטרייבען פון מענשען. וועט איינזעהן אז דיא ציוניס־טישע בעווענונג איז דער פועל יוצא פון א שווערענקאמפף פיר לעבען אונד זעלבסטשטענדיגקייט.א קאמפף פון א פאלק וואס וויל ניט אונטערגעהן.אזוי לאנג וויא עס וועט נאך בלייבען א מנין אידענוואס וועלען קעמפפען פאר חיונה, ניט פערליערענ־דיג זייער אידישע פערזענליכקייט, אזוי לאנג וועטדיא אידישע שטרעבונג נאך ציון האבען א קיום.
ל. וואלאטקאף.
זיין תקומה. דער בארען איז צוגענומען געווארען פון אונטער זיינע פיס, און דאס אידישע פאלק איז דאן געגליכען געווארען צו יענעם ריעז פון דער גריכישער מיטהאלאגיע, וועלכען הערקולעס האט בשום אופן ניט געקענט בייקומען, ביז ער האט איהם אויפגעהויבען פון דר'ערד און געהאלטען אין דער לופט. אזוי לאנג וויא דער ריעז האט נאר בער ריהרט דיא ערד מיט א טהייל פון זיין גוף, האט ער געצויגען כח פון דער ערד. ערשט ווען דער ריעז האט פארלוירען דיעזע שטיטצע האט איהם הערקולעס געקענט פערניכטען. ענטריסטען פון זיין אייגענעם בארען, האט דאס אידישע פאלק פארלארען דיא זיכערהייט פון זיין מאטעריעלער עקזיסטענץ, וועלכע ניט צו מוטה און מאראלישע קראפט. מיט דעם צוגעהמען פון זיין בארען האט מען ביי איהם צוגענומען דיא וויכטיגסטע קוועללע פון א זיכערן לעבען. דאס פאלק האט אינסטינקטיוו געפיהלט אז אהן איין אייגענעם בארען מוז עס פריהער אדער שפעטער אונטערגעהן. דיא שטענדיגע סכנה פון אונטערגאנג האט אנגעפיר־ערט דאס פאלק צו אלץ נייע אנשטרענונגען און פערזוכע, צוריק צו געווינען דיא פארלארענע היים. דיא אנשטרענונגען האבען פארשטארקט דיא האפנונג, און דאס איז געווען דיא רעטונג פון דעם פאלק; דענן דיא האפנונג צו בעזיטצען א זאך איז נור איין שטאפעל ניעדריגער פון דעם בעזיטץ גופא. דיא פאנטאזיע פון פאלק, גענעהרט דורך זיין האפנונג, האט איהם געמאהלט זיין פארלאר־רענע היים פיעל העררליכער און שעהנער אלס זיי איז געוועזען באמת. אללע תפלות, אללע געדאנ־קען און געפיהלע פון דעם אידען האבען זיך גע־דרעהט ארום דיא איינע האפנונג. אבער דיא אללע זאכען געהערן נור צום אויבערשטען בנין פון דעם פאלק'ס שטרעבונג. אונטער זיי דער יסוד איז א פשוטער קאמפף פאר חיונה און פאר עק־זיסטענץ אלס א פאלק. א פאלק אהן א בארען קען ניט עקזיסטירען, און דיא ראיה איז, אז אין