The Maccabaean · Vol. I, No. 1 · October 1901
54printed page
scan 52 of 54

בפרט אונד אויף דיא הערצליכע סימפאטהיע פון אללע אונזערע אידישע מיטברידער בכלל, פון אללע דיאיעניגע געטרייע זיהן פון אונזער פאלק וואס זיינען שטאלץ אויף דעם נאמען איד אונד גלויבען אין דיא צוקונפט פון אונזער אידישע נאציאן.

אונד דיעזע צוקונפט איז אייגענטליך נאר ניט ווייט פערווירקליכט צו ווערען. דאקטאר הערצל זאגט אין דעם אויבען גענאנטען מאניפעסט: מיר שטעהען יעצט ביי איינעם פון דיא וויכטיגסטע מאמענטען אין דער אידישער געשיכטע. מיר האבען יעצט דיא גלענצענדסטע געלעגענהייט צו מאכען איין ענדע פון דיעזע לאנגע, אונענדליך לאנגע היסטארישע טראגעדיע. ברידער! דיא גינסטיגע צייט איז געהומען! עס איז יעצט אב הענגיג פון אייך צו בעשליעסען, יעצט אונד פיעל לייכט חלילה ניעמאלס מעהר, אויב דער איד זאל זיך בענוטצען מיט דיעזער געלעגענהייט, צוריקצור געווינען זיין אלטע היסטארישע היימאטה אויף א נאטירליכען וועג. ווען עס זאללען יעצט אויפגעטהאן ווערען דיא מיטלען וואס זיינען נויטהווענדיג אום דיא נאציאנאלע באנק צו ערעפנען, דאן וועט דיעזע גרויסע היסטארישע טראגעדיע קירצליך פערוואנדעלט ווערען אין א נייע דראמא מיט א גליקליכע ענדע."

דער „המכבי“ ערשיינט יעצט מיט דיעזען הויפט זעכליכען צוועק, אויפצומונטערן, צו אניטירען, צו ארבייטען, אז דיא שערס פון דער נאציאנאלער באנק זאללען וואס מעהר אונד וואס שנעללער פערקויפט ווערען. דער קאפיטאל וואס איז גויטיג פיר דיעזע וויכטיגע נאציאנאלע אונטערגעהונג מוז אויפגעטהאן ווערען, אונד אונזערע אידען אין אמעריקא, וועלכע געפינען זיך אין א פערהעלטנים מעסיג בעסערע עקאנאמישע לאנגע אלס אונזערע ברידער אין דער אלטער וועלט, דארפען דארין דעם גרעסטען אנטהייל געהמען.

אין דיעזער גרויסער רעפובליק, אין דעם לאנד דער פרייע, מוז געבארען ווערען דיא פרייהייט פון דער אידישער נאציאן.

מיט ציוניסטישען גרוסס,

דיא רעדאקציאן „המכבי“.

הייט אונד זוכען ניט צו געהען הערען אירגענדוואו א ציוניסטישען רעדנער אונד עס קענען אוועקגעהן ימים ושנים ביז זייא וועלען ערפאהרען אז עס עקן זיסטירט אויף דער וועלט א ציוניסטישע בעווען גונג. דאס שריפטליכע ווארט האט דאגענען דעם פארצוג אז עס קען עררייכען איבעראלל, אונד גור מיט דיא מאכט פון פעדער איז מעגליך יענע צו איבערצייגען, דיעזע צו בעלעהרען; יענע צו אנטן ווארטען אונד דיעזע אויפצוקלערען; דא צו קעמפן פען אונד זיענען, דארט אויפצואוועקען אונד בען גייסטערן, ביז דיא הערליכע נאציאנאלע אידעע פון ציוניזמיס וועט איינדרינגען אין דיא הערצער אלע אונזערע ברידער אונד וועט בעהערשען דיא גאנצע אידישע בעפעלקערונג אין דער גאנצער גייער וועלט.

דאס האבען איינגעזעהען אונזערע אינטעליגענטעפארשטעהער אויף דער קאנווענשיאן אין פילא-דעלפיא אונד לויט זייער בעשלוס, אנצופאנגען דיאאגיטאציאן דורך דיא מאכט פון שריפטליכעןווארט, איז געגרינדעט געווארען איין עדיטאריעלןלער באארד, פון אייניגע מיטגלידער דער „פעדער“ריישיאן אף אמעריקאן זייאניסט, וועלכע האבעןאנגעווענדעט אלע בעמיהונגען אויסצושטאטען אמאנאטליכען זשורנאל וואס זאלל ענטהאלטען דיאבעסטע ליטעראטור, דיא וויכטיגסטע גייאיגקייטעןפון דער ציוניסטישער אונד אלגעמיינער אידישעוועלט, מיט דיא מיטווירקונג פון דיא בעריהמטעןסטע אונד פאפולערסטע שרייבער.

וויא דער ריעזען העלד פון א מאל ערשיינט יעצט דער „המכבי“ אין זיין פולע יוגענדס קראפט. יע־ נער בעריהמטער נאציאנאלער האט מיט דער מאכט פון זיין שווערד צוריק געוואנען דאס גע־ ליעבטע פאטערלאנד פאלעסטינא פיר אידען, דער יעצטיגער „המכבי“ וועט מיט דיא מאכט פון זיין פעדער קעמפען צו געווינען אידען פיר פאלעס־ טינא, פיר דיאזעלבע אוראלטע, געליעבטע, היס־ טארישע היימאטה. אום דיעזע וויכטיגע אויפגאבע צו ערפיללען, אום צו דיעזען גאלדענען ציעל צו קוממען, האפט דער „המכבי“ אויף דיא טהעטיגע מיטווירקונג פון אלע ציוניסטישע מיטגלידער