Text · transcribed from the scan
אין גלות.
מיט דעם וואַנדערשטאַב אין האַנד,אָהן אַ היים און אָהן אַ לאַנד,אָהן אַ גואַל, אָהן אַ פריינד,אָהן אַ מאָרגען, אָהן אַ היינט,ניט געדולדעט נור געיאָגט,וואו גענעכטיגט ניט געטאָגט,
אימער וועה, וועה, וועה,אימער געה, געה, געהאימער שפאן, שפאן, שפאן,כל זמן כח איז פאראן.
אונזער גרויסקייט ליעגט אין שטויב, אונזער הייליגקייט — א רויב, אונזער נא מען — א געפא הר, אונזער יהום נור א צער, אונזער גאונות נור א חטא, אונזער פיינקייט — א געשפ עט.
אימער שלעכט, שלעכט, שלעכט,אימער קנעכט, קנעכט, קנעכט,אימער זוך, זוך, זוך,זענען אין דעם שונא'ם פלוך
און אזוי, אָ, יאָהר נאָך יאָהר,און אזוי, אָ, דור נאָך דור,אָהן אָ האָפנונג, אָהן אָ צוועק,איינגעהילט אין גרויל אין שרעק,וואַנדלען מיר ווילד אויס, ווילד אייןפון יסורים נור צו פיין.
