פון 1' יאַנואַר 1903 וועט ערשיינען
„דער פֿריינד“
די ערשטע טעגליכע פֿאָלקס־צייטונג אין יודישער שפּראַכע
(זשערנאַל)
הערויסגעגעבען אין פּעטערסבורג פֿון שאול גינזבורג און שבתּי ראַפּאַפּאָרט.
| „דער פֿריינד“ וועט קומען צו הילף דעם פֿאָלק און וועט איהם געבען אַללע ידיעות און דייטעס פֿון מענליכען לעבען, וועלכע קענען יעדען אינטערעסירען און וועלכע זיינען יעדעם נויטיג אַלס מענש און אַלס יוד. „דער פֿריינד“ וועט העלפען זוכען מיטלען, ווי צו פֿערבעסערן די לאַגע פֿון פֿאָלק; ער וועט וועקען דעם יודיען ער זאָל זיך לערנען אַלס מענש און אַלס יוד, ער וועט זיך בעמיהען איהם צו געבען אַללע נייטיגע ידיעות, קענטניסע און עצות, דורך וועלכע זיין לעבען קען ווערן קלערער, שענער און לייכטער. מיר וועלען ניט שפּאָרען קיין קרעפֿטען און מיִעל, אונזער צייטונג זאָל ניט נאָר טראָגען דעם נאָמען „פֿריינד“, אָבער זי זאָל זיין אַנ'אמת'ער פֿריינד פֿון דעם פֿאָלק. | ז) דאָס טעגליכע יודישע לעבען אין רוססלאַנד: נייעס וואָס זיינען נוגע צו יודען, שטעדט און שטעדטליך ח) טעגליכע פֿעליעטאָן איבער דאָס יודישע לעבען אין דער פּראָווינץ, קאָררעספּאָנדענצעס פֿון ספּעציעלע קאָררעספּאָנדענטען. ט) וואָס הערט זיך אין די צייטונגען ? י) דאָס יודישע לעבען אין אויסלאַנד: אַרטיקלען, נייעס און בריעף פֿאָן ספּעציעלע קאָררעספּאָנדענטען אין בערלין, פּאַריז, וויען, לאָנדאָן, ניו־יאָרק, יאָהאַנניסבורג א. ז. וו. כ) פּאַלעסטינאַ און ציוניזם: אַרטיקלען איבער פּאַלעסטינאַ, יודישע קאָלאָניעס, אַרטיקלען איבער די ציוניסטישע בעוועגונג, די קונסטור־פֿראַגע, פּאַליטישע, עקאָנאָמישע א. ז. וו., מיטטיילונגען און בעריכטעס איבער אַלץ וואָס עס הערט זיך אין דער ציוניסטישער וועלט, קאָנגרעסען, קאָנפֿערענצען א.ז.וו. |
| די פּראָגראַממע פֿון דעם „פֿריינד“ איז פֿאָלגענדע: ### א) לייט־אַרטיקלען: אַרטיקלען איבער די יודישע עקאָנאָמישע לאַגע, מסחר, מלאכה, פֿאַבריקאַציע א. ז. וו.; יוריסטישע פֿראַגען, אַרטיקלען איבער געזעצען און רעכטע א. ז. וו.; ערציהונג, אַרטיקלען איבער ערציהונג פֿון פֿאָלק און פֿון קינדער א. ז. וו. ### ב) די אָפֿיציעלע אָבטהיילונג: בעפֿעהלען, אוקאַזען, החלטות פֿון סענאַט וועגען אַלץ וואָס איז נוגע צו יעדען רוססישען איינוואָהנער און בעזונדערס וועגען יודישען וואָהנרעכט, וואָיסקע פֿפֿליכט, קאָראָבקע א. ז. וו.; וויכטיגע געזעצען, וועלכע האָבען אַ בעזונדערע פּראַקטישע בעדייטונג פֿיר יודען, וועלען מיר צייטווייז דרוקען אין אָריגינאַל רוססיש מיט איבערזעטצונג. ### ג) דאָס אַללגעמיינע טעגליכע לעבען. ### ד) פּאָליטיק. ה) מסחר: ו) טעלעגראַממען גלייך מיט אַללע רוססישע טעגליכע צייטונגען. | יא) וויססענשאַפֿטליכע אָבטהיילונג: יב) ליטעראַרישע אָבטהיילונג: ערצעהלונגען, ראָמאַנען, שירים, ביאָגראַפֿיעס, קריטיק, פֿעליעטאָן א.ז.וו. ### יג) אַנטוואָרטען פֿון דער רעדאַקציע: מיר האָבען פֿערשאַפֿט ביי אונזער רעדאַקציע אַ ביוראָ פֿי ספּעציאַליסטען, וואָס וועלען אונענטגעלטליך אַללע פֿראַגען פֿון אונזערע אַבאָנענטען און געבען אויף זיי גלייך קלאָרע אַנטוואָרטען: 1) יוריספּרודענץ, ספּעציעלע אָן ערקלערונגען איבער אַללע פֿראַגען, וואָס איז נוגע יעדען אינצידיענט, פּראָצעסען, וואָהנרעכט, וואַינסקי פּאַסספּאָרט א. ז. וו. 2) האַנדווערק, טעכניק אן האַנדעל איבער פֿראַגען, וואָס אינטערעסירען יעדען אין זיין אַרבייט און זיין פּרנסה. יעדער אַבאָנענט בעקומט גלייך אַנ'אַנטוואָרט אין דעם „פֿריינד“, אָדער אין אַ בעזונדער בריעף (פֿריי פּאָסט). יד) אַללערליי. טו) בריעפֿקאַסטען. טז) אַנאָנסען. די נאָהענטסטע מיטאַרבייטער פֿון „פֿריינד“ זיינען: דר. י. לוריא (דער פֿריהערדיגער רעדאַקטאָר פֿון „יוד“) און דר. ח. ד. הורוויטש (דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון דער „יודישער פֿאָלקסצייטונג“). אין דער צייטונג נעהמען אַנטהייל: ש. י. אַבראַמאָוויץ (מענדעלי מוכר ספרים), ר. בריינין, י. דינעזאָהן, א. לעווינסקי, ש. פרוג, י. ל. פּרץ, ד. פֿרישמאַן, שלום־עליכם, ה. ד. רבינאָוויץ און נאָך פֿיעלע אַנדערע בעוואוסטע שרייבער. |
ווייל „דער פֿריינד“ וועט הערויסגעגעבען ווערען אין פּעטערסבורג, וועט ער האָבען די מעגליכקייט צו איבערגעבען אַללע וויכטיגע נייעס וואָס צום רוססישן און נאָך די ערשטע קוועללען. — אין דעם „פֿריינד“ נעהמען אַנטהייל די בעסטע יודישע פֿאָלקס־שרייבער.
„דער פֿריינד“ וועט ווערען געדרוקט מיט נְקֻדּוֹת, כּדי אונזער צייטונג זאָל קענען לְיֶענֶען דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם.
אויספֿיהרליכע פּראָספּעקטען מיט דער פּראָגראַממע ווערען צוגעשיקט אויף פֿערלאַנגען.
אַבאָנעמענטס־פּרייז מיט פּאָרטאָ:
אין רוססלאַנד: אויף אַ יאָהר 7 רובל, אַ האַלב יאָהר 3.50 רובל, אַ פֿיערטעל־יאָהר 1.75 רובל.
אין אויסלאַנד: ביי פֿערענדיגונג טעגליך די צייטונג: אויף אַ יאָהר 12 רובל, אַ האַלב יאָהר 6 רובל, אַ פֿיערטעל יאָהר 3 רובל.
ביי פֿערענדיגונג צוויי מאָל וועכענטליך צו 3 נומערן: אויף אַ יאָהר 9 רובל, אַ האַלב יאָהר 4.50 רובל, אַ פֿיערטעל יאָהר 2.25 רובל.
Redaktion des Tagblattes „Der Freund“, St. Petersburg, Ekaterininski Kanal 71.
(Deutscher Impressumstext am Fußende im Antiqua-Satz:)
Herausgeber: A. H. Rabin. Verantwortlicher Redakteur: Julius Upfimny. — Buchdruckerei „Industrie“ VIII., Schlösselg. 11.