Seite 16
„Die ✡ Welt“
Nr. 51
❧ „די יודישע פאמיליע“ ☙
א מאנאטליכער יודישער זשורנאל פיר ליטעראטור און וויסענשאפט
אונטער די רעדאקציאן און מיטארבייט פון די בעסטע יודישע שרייבער.
איינע פון די הויפטזארגען וועלכע מיר האבען זיך פארגעשטעלט בשעת מיר זיינען צוגעטרעטען צו דער אויסגאבע פון דעם „יוד“ איז געווען: אבצוציהען אונזערע פאלקסמאסען, וואס פערשטעהען קיין אנדערע שפראך אויסערן זשארגאן, פון די שעדליכע זשארגאן ביכלאך און „אמעריקאנישע“ ראמאנען, וועלכע פערדארבען זיין געשמאק, זיין כאראקטער און פערטומיעלן איהם דעם מוח. מיר זעהען אָבער, אז דער יודישער לעזער אין אין צייט, ווען ער לייענט דעם „יוד“ לייענט ער אויך אליין, וואס עס קומט איהם נאר אין האנד אריין, ניט איבערקלעבענדיג, צי עס איז נוצליך אאד לייענען אָדער נאר שעדליך. דאס פאלק קען אבער ניט פיעל איבערקלייבען, ווארום א חוץ עטליכע גוטע ראמאנען האט אונזער פאלק קיין אנדער שפיז ניט געהאט ווי די געוויסע טאקטישע ביכער מיט די שרעקליכע מעשיות, וואס זענען נישט געשפונגען און נישט געפֿלויגען. כדי צו געבען אונזער פאלק איינע ווערק, וואס זאלען איהם זיין אי אינטערעסאנט, אי נוצליך, האבען מיר בעשלאסען פון ניי-יאהר אן ארויסצוגעבען א מאנאטליכען זשורנאל, וואס וועט ערשיינען אונטער דעם נאמען:
„די יודישע פאמיליע“
דאָס וואס איז ניט מעגליך צו געפינען אין א צייטונג, ווייל איבער די טעגליכע צייטונגס-פראגען קען מען ניט דרוקען קיין גרויסע ווערק, וועלען די לעזער אין זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ געפינען — גאנצע ווערק אריגנעלע און איבערזעטצונגען פון די בעסטע יודישע און די בעוואוסטע אייראפאישע שרייבער.
בכלל וועט דער זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ זיין רייך אין אינהאלט און וועט ענטהאלטען פאלגענדע אבטהיילונגען:
א) גרויסע און קליינע ראמאנען און ערצעהלונגען פון יודישען לעבען אין די נייע און אין די אלטע צייטן. — ב) היסטארישע און וויסענשאפטליכע ארטיקלען. — ג) רייזע בעשרייבונג אין די יודישע מדינות, אויך ערצעהלונגען פון דער נאטור געשיכטע. — ד) לעבענסבעשרייבונגען פון בעריהמטע מענער און פרויען. — ה) בעשרייבונגען וועגען אלע לענדער וואו יודען וואהנען, איבערהויפט ארץ ישראל. — ו) קריטיק איבער נייע ביכער אין ביבליאגראפיע. — ז) נוצ- ליכע ידיעות וואס יעדער מענש דארף וויסען אין זיין הויז, זיין פאמיליע. — ח) נייע ערפינדונגען, אנעקדאטען, גלייכ- ווערטליך, פאלקס-ליעדער, שפריכוערטער און שכל'דיגע רעד פון גרויסע לייט.
אויסער דעם וועט אין מאנאטליכען זשורנאל זיך געפינען א בעשטענדיגע אבטהיילונג מיט דעם טיטעל:
✹ ראש חדש ✹
וואו עס וועט גערעדט ווערען וועגען טעגליכען און וואכענדיגען יודישען לעבען אין חדש.
דער זשורנאל וועט ערשיינען פון ניי-יאהר אן 👈 פינקטליך יעדען מאנאט א ביכעל 👈
יעדעס ביכעל וועט האלטען 4 דרוקבויגען גרויסעם פאָרמאט (64 זייטען) געדרוקט אויף שעהנעם פאפיער מיט נייע שריפט.
אבאנעמענטס-פרייז פון דעם מאנאטליכען זשורנאל „די יודישע פאמיליע“: יעהרליך: 4 רובל; האלביעהרליך 2 רובל; פערטעל יעהרליך 1 רובל; יעדעס מאנאטליכע העפט 40 קאפ.
ווילענדיג אז דער נייע זשורנאל זאל צווישען די יודישע פאמיליעס פערברייטעט ווערען און אויך אז אונזערע אבאנענטען פון „יוד“ זאלען בעקומען דעם זשורנאל צוזאמען מיט דער צייטונג האבען מיר בעשלאסען אז פאר די אבאנענטען פון „יוד“ איז דער פרייז פון דעם מאנאטליכען זשורנאל
1 רובל „די יודישע פאמיליע“ 1 רובל
נור 1 רובל (פארטא 50 קאפ.)
מיר ווילען האפֿען אז אונזערע לעזער און גוטע פריינד וועלען זיך מיה געבען צו פערברייטען אונזער וואכענבלאט מיט דעם מאנאט- ליכען זשורנאל, ווייל אזא ביליגער פרייז איז אויסנעהמענד אויף א גרויסע צאהל אבאנענטען.
די אבאנענטען וואס שרייבען אויס דעם „יוד“ אויף אויסצאהלען אין ראטען קענען קענען אויך דעם זשורנאל „די יודישע פאמיליע“ אויסשרייבען אויף אויסצאהלען אין די ערשטע צוויי ראטען פון „יוד“: ביים אבאנירען 50 קאפ. און 25 קאפ. פארטא און דעם 1-טע אפריל 50 קאפ. און 25 קאפ. פארטא.
די אדרעססע: ❧ Administration „Der Jude“, Krakau, Gertrudagasse Nr. 16. פיר רוסלאנד: .Verlag „ACHIASAF“ Warschau, Postkiste 25, פערזענליך: טווארדא 6.
Wichtige Bemerkungen für die Abonnenten: 1) Jeder, der abonniert, muss angeben...
Herausgeber und verantwortlicher Redacteur A. H. Reich. — Buchdruckerei „Industrie“, Wien, VIII., Schlösselg. 11.