Seite 16 „Die ✡ Welt“ Nr. 50
1902 דער אבאנעמענט אויף דעם יאהר 1902
„דער יוד“
פיערטער יאהרגאנג. פיערטער יאהרגאנג.
✠ ערשיינט יעדע וואך. ✠
די דריי פערגאנגענע יאהר זײט „דער יוד“ ערשײנט פערשפּרעזען אונז איצטער א סך צו רעדען וועגען די נוצען פון אזא צייטונג וואס רעדט צום פאלק מיט זיין שפראך וועלכע ער פערשטעהט און אין וועלכער ער פיהרט זיין טעגליך לעבען. זיין ברייטע פּראָגראם איז פון די עטליכע יאהר אונזערע לעזער גענוג בעקאנט. מיר ווילען נור זאגען אז „דער יוד“ בלייבט ווי בין אהער טריי אין איבערגעבען זיין פאלק אין זיינע פאלקס־אדעאלען און הייליגסטע געפיהלען. „דער יוד“ לעבט מיט זיינע לעזער אין לעבען אין זיינע פרייד און לייד, אין העבער פון אלעס איז פאר איהם די אינטערעסען און דאס גליק פון זיין פאלק אזוי אז יעדעס יודישע הויז, יעדע יודישע פאמיליע געפינט אין דעם „יוד“ א טרייען פריינד. מיר קענען זיך אויך נישט בעקלאָגען אויף דאס יודישע פובליקום. פערשיעדענסטע קלאסען פון אונזער פאלק האבען אונז ביז איצטער הערויסגעוויזען זייער צופרידענהייט פון דעם „יוד“ און דאס גיט אונז קראפט און מוטה אויף דעם נייעם פֿיערטען יאהרגאנג אויך ניט צו שפּאָרען קיין מיה און הוצאות אום צו פערבעסערען דעם „יוד“. די איינציגע צייטונג פאר דעם יודישען פאלק אין דער שפראך וואס ער רעדט און פֿערשטעהט. די איינציגע צייטונג וועלכע קענען לעזען קליין און גרויס יונג און אלט. דורך דעם „יוד“ קענען די לעזער זיך בעקענען מיט די ווערק און שאפונג פון אונזערע בעסטע יודישע פֿאָלקס שרייבער אזוי אויך מיט די בעסטע יודישע שריפטשטעלער וועלכע שרייבען אין העברעאיש און אין אלע אייראפּעאישע שפראכען, ווייל אין „יוד“ שרייבען אלע אויף א שפּראך וואס דאס יודישע פאלק רעדט און פערשטעהט.
ביזהער זענען געווען אונזען אין דעם „יוד“ ארטיקלען פון די דאזיגע שרייבער: אבראמאוויטש ש. י. (מענדלי מוכר ספרים), מ. א. אייזענשטאדט דר., אמת, ביאליק ח. נ., בעל מחשבות, בעניפֿעלד ש. דר., ברעמי, בריינין ה., דינענזאהן י., הורוויץ ה. ד., האדדער אבנר, ווייסבערג י. י., א. זינגער, יפה ל., לוריא יוסף דר., ליליענבלום מ. ל., לעווינסקי א. ל., לעווין ש. דר., מאנדעלשטאם מ. קראפ., ספעקטאר מ., פינסקי ד., פריג ש., פֿייער־ בערג א. ש., פרישמאי דוד, פריי י. ל., רייזען א., צייטלאן ש. ל., קלייננער יוסף, ראבניצקי י. ח., ראזענפעלד מאריס, ראזענפֿעלד ש., יאבינאוויטש א. ז., שאך פאביוס, שלומאן א., שטיינבערג י., שלום עליכם און נאך פיעל אנדערע.
די ביזהעריגע פראגראם פון „יוד“ ווערט פון ניי־יאהר פערגרעסערט און וועט בעשטעהן פון די פאלגענדע אבטהיילונגען:
I. לייטארטיקלען. — II. פובליציסטיק. — III. פאליטישע איבערזיכט. — IV. די יודישע וועלט. — V. אלגעמיינע וועלט־ נייעס. — VI. צייטונגס־שטימען. — VII. יודישע שטעט און שטעדטליך. — VIII. צווישען אונז גערעדט. — IX. צייטוני־ גען פון דער וואך. — X. מען שרייבט אונז בריעף און קאררעספאנדענצען. — XI. בעלעטריסטיק. — XII. שירים. — XIII. היסטארישעס. — XIV. ארץ ישראל. — XV. ביאגראפיעס. — XVI. פאפולערע וויסענשאפטליכע ארטיקלען. — XVII. קריטיק. — XVIII. פעליעטאנען. — XIX. די גרויסע וועלט. — XX. נייעס אויס דער וויסענשאפט.
די רעדאקציע פון „יוד“ האט אין איהר פארטפעל פיר דאס נייע יאהר פיעל אריגינעלע ארטיקלען פון אונזערע בעסטע און בעליעבטעסטע שרייבער, פיר די אלע אנגערופענע אבטהיילונגען.
מיט דער ערשטע נומער פון דעם נייען יאהר וועלען אלע אבאנענטען בעקומען אומזיסט
א וואנד־קאלענדער
פראכטפֿאָלל געדרוקט אין 3 פארבען, וועלכער וועט ניצען דאס גאנצע יאהר פיר יעדעס יודישע הויז.
אלע נייע אבאנענטען וועלען בעקומען אומזיסט דעם אנהויב פון דער ערצעהלונג: „חשמונאים“ פון א. ש. פֿריידבערג און אויך די ערשטע ערצעהלונגען פון דער סעריע „קליינע מענשעליך“ פון שלום עליכם.
די נייע אבאנענטען וואס שרייבען אים דעם „יוד“ אויף דעם יאהר 1902 פֿאר ניי יאהר, וועלען בעקומען אומזיסט אלע נומערן פון „יוד“ פון דער וואך אן וואס וועט אנקומען זייער געלד.
אבאנאמענטס־פרייז פון דעם „יוד“: יאהרליך — 5 רובל, האלביאהרליך — 3 רוב', פיערטעל־יאהרן — 1 רוב' 50 קאָפּ.,
פֿאר 1 מאנאט 50 קאָפּ., יאהרליכע אבאנענטען קענען אויך אויסצאהלען די 5 רובל אין 3 ראטען: ביים אבאָנירען: 2 רובל, דעם 1־טען אפריל: 2 רובל און דעם 1־טען אוגוסט די לעצטע ראטע — 1 רובל
Herausgeber und verantwortlicher Redacteur A. H. Reich. — Buchdruckerei „Industrie“, Wien, VIII., Schlösselg. 11.