☛ דאס בלאט איז ביליגער געווארען! ☚
א ב א נ ע מ ע נ ט - א י י נ ל א ד ו נ ג.
נאכקומענד דעם וואונש פון פיעלע יודישע פאטריאטען אויף דעם באלדיגער קאנגרעס ערשיינט „דיא וועלט“ פון 1 יענער 1900 נעבען דער ביזהעריגער דייטשער אויסגאבע אין יודישער, פאלקסטימליכער אויסגאבע. די נייע אויסגאבע איז אין טענדענץ און אויסשטאטונג ווי די דייטשע, דער אינהאלט יעדאך זעלבסטשטענדיג, מעהר צוגעפאסט צום פאלק, נור וויכטיגע ארטיקלען וועלען אין ביידע בלעטער זיין דיזעלבען.
די יודישע „וועלט“ וועט זיין דאס ארגאן פון אלע יודען. אלע אונזערע ברידער אין רוסלאנד, גאליציען, רומעניען, ענגלאנד און אמעריקא וועלען האבען א בלאט, וואס עס רעדט צו זיי אין דער אייגענער שפראך, וואס זיי רעדין צווישען זיך. און צום יודישען פאלק דארפען איצט א סך רעדען... די גרויסע הייליגע בעוועגונג פון ציוניזם מוז ווערען א פאלקס- בעוועגונג, דער ציוניזם וויל אלע יודען העלפען, דערפאר מוזען אלע יודען דעם ציוניזם פערברייטען. אלע יודען מוזען הא- בען איין ציעל און דאס איינע ציעל מוז האבען א בלאט, אגעהרליך, אמת געטריי, ערנסט בלאט.
די בעסטע יודישע פעדערן, די עדעלסטע יודישע קעפ וועלען אין דער „וועלט“ ארבייטען. דאס פאלק וועט געפינען אין דעם בלאט אלסדינג וואס עס בעדארף צו וויסען הי אין פאליטיק הן אין געשעפטס-זאכען, הן וואס איז נוגע דעם מענשען בכלל, הן וואס איז נוגע אונז יודען בפרט, מיר ווילען אז די „וועלט“ זאל זיין א געטרייער בריעפטרעגער וואס זי וועט ברענגען בריעפליך און גריסען פון אלע מענשען און פון אלע לענדער.
„די וועלט“ מוז אבער אויך כדי זי זאל קענען זיין אנאמת פאלקס-בלאט ביליג זיין. מיר האבען שוין איצט, אזוי ווי מיר האבען פערשפראכען, דעם אבאנעמענטס-פרייז ביליגער געמאכט, און דעם וואונש פון פיעלע אונזערע אבאנענטען אין רוסלאנד ערפילט.
יודען! פריינדע! ברידער! זעהט אז דאס בלאט זאל האבען א קיום, עס איז אייער בלאט, דאס איז דאס בלאט וואס האט זיך געשטעלט די אויפגאבע פאר כל ישראל דעם וועג פארצובערייטען און פריי צו מאכען, וועלכער פיהרט אונז נאך ציון!
אבאנעמענט - פרייזע :
עסטרייך-אונגארן
- האלב יאהריג 6 קראנען
- גאנציעהריג 12 קראנען
רוסלאנד
- האלב יאהריג 2.50 רובל
- גאנציעהריג 5 רובל
דייטשלאנד
- האלב יאהריג 6 מרק
- גאנציעהריג 12 מרק
ענגלאנד
- האלב יאהריג 6 שיל.
- גאנציעהריג 12 שיל.
אמעריקא
- האלב יאהריג 1.50 דאל.
- גאנציעהריג 3 דאל.
שווייץ, פראנקרייך, איטאליען, טערקייא, רומעניען, בולגאריען, סערביען, גריכענלאנד, מצרים האלב יאהריג 7.50 פראנק, גאנציעהריג 15 פראנק.
אינסעראטען פרייזע: דיא פירמאל געשפאלטענע פעטיטציילע 20 העלער, פיר לענגערער צייט נאך איבעריינקומען
ציוניסטישע פעראיינע ערהאלטען דאס בלאט ביי אבנאהמע פון מינדעסטענס 10 נומערן אום 20% ביליגער.
אלע יענע אבאנענטען וואס האבען אבאנירט דאס בלאט אויף לענגערער צייט, קענען ביי דער ערנייערונג איהרעס אבאנעמענטס דעם פרייז אונטערשיעד פון 1 אפריל אין דעם ווייטערען אבאנעמענטס-פרייז איינרעכנען.
| עס ווירד אנגענומען אבאנעמענט אויף די צייטונג |
|---|
| ערשיינט יעדע וואך דער יוד 1900 ערשיינט יעדע וואך |
| II. י א ה ר ג א נ ג. |
„ד ער י ו ד“ ענטהאלט פאלגענדע אבטהיילונגען:
- לייטארטיקלען.
- פובליציסטישע ארטיקלען.
- פאליטישע איבערזיכט.
- די יודישע וועלט.
- אלגעמיינע וועלט-נייעס.
- צייטונגסשטימען.
- יודישע שטעט און שטעטדלעך. איבערזיכט איבער דעם יודישען לעבען אין דער פראווינץ און אויך קארעספאנדענציס פון פערשיעדענע שטעדט.
- ראמאנען, ערצעהלונגען און שירים פון די בעסטע שרייבער.
- קריטיק רעצענזיאנען איבער ספרים.
- פעליעטאנען אין נאך אנדערע זאכען.
יעדער נומער ענטהאלט נישט וועניגער ווי 16 זייטען גרויס צייטונגס פארמאט. אין דעם יוד קומען אויך שיינע אילוסטראציעס (בילדער) פונם יודישען לעבען. — יאהרליכע אבאנענטען פון „יוד“ בעקומען די „יודישע פאלקסביבליאטעק“ פון פראפ' גו' עץ אין זשארגאן אין 4 טהייל אבגעדרוקט פון הי לעהנער (וועלכע ענטהאלט 75 באגען גרויס פארמאט און קאסט 4 רובל) — פאר 1 רובל (מיט פארטא 1,50 רו').
א ב א נ ע מ ע נ ט ס פ ר י י ז פון „ד ע ם י ו ד“ : יעהרליך 5 רובל, האלב יעהרליך 3 רובל, פיערטעל יעהרליך 1,50 רובל — יעהרליכע אבאנענטען קענען אויסצאהלען אין ראטען: ביים אבאנירען 2 רובל צום 1-טען אפריל 2 רובל, און צום 1-טען אויגוסט 1 רובל.
די אבאנענטען וועלכע צאהלען אין ראטען בעקומען די פאלקסביבליאטעק נאך איינצאהלונג פון דער צווייטער ראטע. אין בוכהאנדלונג פון „חברת אחיאסף“ ווערען פערקויפט אלער מיני אחיאסף אויך אנדערע ספרים אין פערשידענע שפראכען, וועלכע זענען פערצייכענט אין וואס פאר א קאט אלאג עס איז. פראספעקטען אין קאטאלאגן ווערען געשיקט אומזנסט. — וועגען „יוד“ און ספרי „אחיאסף“ זיך צו ווענדען אן:
Verlag „Achiasaf“, Warschau.